דינסטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר געלב ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין מארקאוויטש אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' בהנהלת הר"ר שלמה נח היילברוין.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה ווייס.
ב"ר אברהם יושע הערשקאוויטש - תאומים.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום לחיים, צום ערשט האט דער רבי פארהערט די קינדער אויף די לימודים ווי דער רבי האט געפרעגט עטליכע שאלות פון יעדע כתה באזונדער, דערנאך האבן די קינדער פארגעזינגען חרוזים און געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד ימי הפורים הבעל"ט, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און פארטיילט שריים פאר די ב"מ בחורים און פאר די מלמדים און געהייסן די מלמדים פארטיילן פאר אלע קינדער, דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט קורצע דב"ק ודברי הדרכה פאר די קינדער בעניני מדות טובות בין אדם לחבירו ובין אדם למקום.
דערנאך איז דער רבי אראפגעגאנגן צום אונטערשטן שטאק אינעם עס זאל ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די כתה א' ב' קינדער בהנהלת הר"ר דוד חנני' ווייס, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דב"ק, און דערנאך געהייסן פארטיילן שריים פאר די קינדער.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון עוזר ווייס און הרה"ח ר' יצחק שווארץ פטרון ומייסד חבורות 'תורתך שעשועי' דקהלתינו הק' אין די זאלן פון כתר רייזל.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פאר בן הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו מנכבדי ומגדולי תומכי מוסדותינו הק בלאנדאן,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מצב אין אוקריינא ווי דער רבי האט מאריך געווען איבער די בליטיגע היסטאריע פון רוסלאנד און אוקריינא,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן אנוועזנדען ציבור, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד קהלתינו לאנדאן שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך איז געווען די וועכענטליכע זמני כניסה פון 8:15 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:10 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער אויפגענומען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~