פרייטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג פקודי=
~בדר"ח אדר ב'~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט 'ישיבת קנין תורה' פון מאנסי אין בנין פון ישיבת עצי חיים אויף די רימונוב גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אליעזר רובינשטיין.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד ווי די בחורים האבן צום ערשט געזינגען עטליכע ניגונים און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים און צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכת קודש פאר די בחורים און די מגידי שיעור.
א גוט שבת.
~🌴~