דאנערשטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג פקודי=
~אדר"ח אדר ב'~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"א ניימאן ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי און דערנאך האט דער רבי גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די געהויבענע מסע הקודש אין מאנטשעסטער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין היכל הביהמ"ד לרגל די סיום הש"ס פון הבחור החשוב אהרן בן הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א -ק"י ממציוני תלמידי הישיבה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און גאר ווארעם אנגעווינטשן פארן בחור.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבת עסק התורה אין טשעסטער בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ראש חודש, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים און דערנאך ממשיך געווען מיט די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האבן די בחורים געזינגען ניגונים לכבוד ראש חודש און לכבוד חודש אדר,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי שנעבאלג שליט"א מגי"ש בישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות פאר די בחורים און צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכת קודש פאר די בחורים און פארן מנהל הישיבה, פארן בענטשן האט אויפגעטרעטן משמח אלוקים ואנשים הר"ר הערשל פריעדמאן מגי"ש בישיבה, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מנהל הישיבה,
נאכן בענטשן האט זיך דער רבי אומגעקיקט אינעם בנין הישיבה ווי עס ווערט געבויעט די דארמיטארי שטיבער פאר די ישיבה און ווי אויך א מקוה פארן געגענט, און דערנאך איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע עסטרייכער און ר' יודא פריעדמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א און הר"ר דוד יודא זילבערשטיין שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה דורך ביהמ"ד דברי יואל אינאיינעם מיט משפחת לענעראוויטש לע"נ בנם ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב הביהמ"ד הר"ר דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יהושע נתן פייפער שליט"א אב"ד ברכת מנחם ב"פ לקראת די חתונה פון בנו החתן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דערנאך האט אים דער רבי ווארעם אנגעווינטשן און דערנאך אנגעווינטשן פאר בנו החתן און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מענדל בער ווידער און ר' יואל ברמ"ב ווידער, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבת אוהל תורה בהנהלת הר"ר שמואל צבי מונק שליט"א אין די בלומינג גראוו געגענט,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה מיט א ברכה, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי בשעת די לחיים האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים אין די סוגיא פון מתנה ע"מ להחזיר פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה און פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~