מיטוואך פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פקודי=
ארום 9:30 איידער תפילת שחרית איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו וואס קומט פאר קומענדיגע זונטאג ויקרא אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס,
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך איז דער רבי אריין אין אוהל ווי דער רבי האט צום ערשט געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתתח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די בחורים פון ישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט,
דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די בחורים און אנגעווינטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אלץ דומ"ץ דקהילת דינוב אין ק"י,
די לחיים איז געווען בהשתתפות פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר דינוב'ע רבי שליט"א און פאר הרה"ג ר' יואל יצחק שליט"א.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך האט דער רבי ווייטער אויפגענומען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~