דינסטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקהל=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים לאנדא ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אין קרית יואל, אינאיינעם מיט ישיבתינו הק' עסק התורה סניף מאנסי, בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט רבינו שליט"א געצינדן ליכט לרגל די יומדה"ק פון רבן של ישראל רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"ב, ווי דער רבי האט מאריך געווען איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע השפעות וואס ער האט איבערגעלאזט פאר גאנץ כלל ישראל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, בשעת די לחיים האבן עטליכע בחורים איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט איידערן אפרייזן אויף פאלם ספרינגס, דער רבי האט עס איבערגעקוקט מיט א געוואלדיגע קורת רוח און דערנאך ווארעם אנגעווינטשן פארן מנהל הישיבה און פאר אלע בחורים.
ארום 4:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פארן דאווענען האט רבינו שליט"א געצינדן ליכט לרגל די יומדה"ק פון רבן של ישראל רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
ארום 4:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום קענעדי לופטפעלד.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב אין א פריוואטע צימער אין עירפארט.
ארום 9:20 האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג קיין מאנטשעסטער, די פליגער וועט לאנדען ארום 8:00 אזייגער אינדערפרי, און וועט ווערן אפגעווארט דורך די זקני ונכבדי קהילתינו הק' פון מאנטשעסטער.
"כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך"
א גוטע נאכט.
~🌴~