מאנטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט רבינו שליט"א געצינדן ליכט לרגל די יומא דהילולא פון חותנו מרן בעל ישועת משה מוויזניץ זצ"ל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"ב.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין ע"ה בן הר"ר משה זאב שליט"א.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל דוב מאיר שטערן און ר' משה חיים בערקאוויטש אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע חיים שפיצער און ר' יואל בר"י פארגעס אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:15 אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 9:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש און ר' אביגדור הערשקאוויטש,
און פון די מחותנים ר' יואל בר"י שטויבער און ר' מאיר דוד גאלדבערגער,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~