מאנטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שפילמאן ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק א'.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש און ר' מנחם שמואל פרענקל, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל איידליס און ר' שלמה מענדלאוויטש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק שמואל שניצער און ר' אהרן אבראמאוויטש, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 8:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לכבוד פורים קטן במעמד אלפי אנשי שלומינו,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
נאכן זיך וואשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א צו מאכן די סיום אויף ששה סדרי משנה וועלכע איז געלערנט געווארן בחבורת אהבת קדומים, און מיט קדיש הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן ווייטער די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די טיש האט דער רבי אויפגעטרעטן פינעף מאל מיט דברות קודש,
ביים ערשטן מאל האט דער רבי ארומגערעדט מיט שטארקע התרגשות אז יעצט ווערט א יאר פון ווען ער האט געהאט די זכי' אריינצוגעבן א ספר תורה און איבער די חשובע מתנה וואס די בחורים האבן געשאנקען שעות רציפות, דער רבי האט געבעטן אז דאס יאר זאל מען אויך שענקען די מתנה און דער רבי האט געבעטן פון די בחורים אז מען זאל לערנען שעות רציפות במשך פון ר"ח אדר ביז פורים, און אזוי אויך איז די וואך נשלם געווארן די קריאה אינעם ספר תורה וואס דאס איז אן השלמה צום ספר תורה,
ביים צווייטן מאל האט דער רבי ארומגערעדט בדברי דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם לכבוד פורים קטן,
ביים דריטן מאל האט דער רבי ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע השפעות וואס קומט אראפ אום פורים, און ארומגערעדט ווי מען דארף נזהר זיין נישט נשפע צו ווערן פון די מהות פון אמעריקע 'וואס אמעריקע איז די מקור התאוות' "און אפילו פון כשרע תאוות" וואס דאס איז טאקע געווען די ציל פון אחשורוש 'לעשות כרצון איש ואיש' מיינט מען מרדכי והמן וואס המן'ס ציל איז געווען אריינצושלעפען כלל ישראל אין גשם מיט א ערליכע אויסזען, צו זיין א נבל ברשות התורה, און דער רבי האט מאריך געווען אז די רמ''א פסק'נט אז מען זאל מאכן א סעודה פורים קטן און ענדיגט צו "וטוב לב משתה תמיד" האט דער רבי געטייטשט אז תמיד איז בגימטריא חותם וואס דאס מיינט אז מען דארף האבן א חותם "מען דארף נזהר זיין צו האבן א חותם אויפן מויל סיי בנוגע עסן און בפרט בנוגע ניגונים פון נישט א ערליכע מקור",
און דער רבי האט געבעטן די בחורים אבאכט צו געבן אויף דעם 'בפרט עס קומט פורים דארף מען זען ח"ו נישט צו זינגען קיין ניגונים שאין רוח חכמים נוחה הימנו',
ביים פערדן מאל האט דער רבי ארומגערעדט איבער די מצוה פון מתנות לאביונים וואס אפילו עס גייט נאר אן פורים גדול אבער מען איז נישט עובר אויף בל תוסיף אויב מען גיבט צדקה אום פורים קטן... און דער רבי האט מכבד געווען אלע אידן וואס הייסן יוסף זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור פאר א חשוב'ע פריוואטע צוועק,
ביים פיפטן מאל האט דער רבי ארומגערעדט איבער די לעצטערע אויפוואכונג בנוגע כשר'ע מזוזות, און דער רבי האט מבשר געווען א בשורה טובה אז מען האט אויפגענומען א חשובע איד מרבני קהלתינו אין בני ברק וועלכע וועט צוזאמקלויבן מזוזות פון ערליכע סופרים פון ארה"ק און וועט שטיין על המשמר זיכער צו מאכן אז די מזוזות זענען כשר בתכלית הכשרות,
דערנאך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן און הרה"ח ר' אלי' שווייצער,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס און דערנאך געזאגט די שבע ברכות פאר עטליכע חתנים,
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הכלה בת הגה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בב"פ בן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק.
ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן און בפרט מיטן שוואגער הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפן מצב הבריאות.
רבינו שליט"א האט טועם געווען מזונות און געטרינקען לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים.
דערנאך האט ר' משה יושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און דערנאך עקסטער מיט הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א און מיט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א,
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן די כלה און פארלאזט די זאל אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין וומ"ס.
א גוטע נאכט.
~🌴~