זונטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק א'.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה ארי' גוטמאן און ר' יקותיאל אלי' אייגנער, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' רפאל יושע פאלאק און ר' משה אקערמאן, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~