מוצאי שבת תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצאי שבת תצוה
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען בבית הרה"ח ר' וואלף גליק - יו"ר וועד להוצאת ספרי רבינו לרגל שמחת נישואי נכדו למז"ט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים און די זיידעס.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צום שמחת התנאים פון נכדו הבה"ח הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
עב"ג הכלה ב"ק תחי'
בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א אבדק"ק ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג.
בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א
וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין ביהמ''ד בריזדאוויץ אין בארא פארק צום שמחת התנאים,
צום ערשט האט דער אבי החתן הגה"צ אב"ד ישמח משה שליט"א אויפגעטרעטן, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און דערנאך געליינט די תנאים.
דערנאך איז די ציבור אריבער געגאנגען וואונטשן מזל טוב.
דער רבי האט געווינטשן לחיים און מכבד געווען די חתן מיט א פשעטל און דער רבי האט געוויזען אריינצוזינגען כנהוג.
דערנאך האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיטן חתן און מחותנים און די חשוב'ע זיידעס.
ביים שמחה האבן זיך צווישן אנדערע באטייליגט די פעטער'ס הגה"צ אב"ד באבוב-45 שליט"א, הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א, הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א, און נאך.
אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן פאר די כלה ברכת קדשו, און בשעה 12:15 האט רבינו שליט"א פארלאזט די ביהמ"ד און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע וואך.
~🌴~