דאנערשטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל מנחם מארקאוויטש,
און לבן הנולד אצל ר' אברהם אקער,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק א'.
ארום 4:00 אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל צום "מעמד יום האיחוד" ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די קרוב צו זיבן הונדערט תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים דערנאך האבן עטליכע בחורים פארגעזינגען חרוזים,
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער וויאזוי מען דארף צוגיין צו א בלאט גמרא "מען דארף פארשטיין די קושית הגמרא און עס דארף באמת שווער זיין די קשיא און דערנאך קען מען צוגיין צו די תירוץ", און דער רבי האט ארומגערעדט אז מען שטייט יעצט אין די יאר וואס מען ווערט בר מצוה און מען באקומט די אחריות פון זיין א ערוואקסענע מענטש, דארף מען זען צו מקבל זיין די עול התורה והמצוות מיט א אחריות לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתך, און דער רבי האט צוגעענדיגט אז ער האט א געוואלדיגע קורת רוח פון די טויזענטער שעות רציפות און בפרט פון די גוטע גריסן וואס ער האט באקומען איבער די אויפשטיין יעדע ליל שישי אין די פארטאגס שעהן במשך די ימי השובבים העעל"ט און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די בחורים.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, און עקסטער האט דער רבי געבענטשט מטבעות פאר די תלמדי כתה מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' אין ארה"ק, און וועלן ווערן אפגעשיקט אין די קומענדיגע טעג.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברח"א טייטלבוים און ר' מענדל פריעדמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף גאנץ און ר' אהרן משה גאלדענבערג אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~