מוצאי שבת קודש פרשת תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצאי שבת קודש פרשת תרומה
ארום 10:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען לבית הרה"ח ר' יודא זאב קליין הי"ו - חבר ועד השכונות, אין שכונת קוועיקער היללס גלילות קרית יואל,
עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב דביהמ"ד סמיט פארם, ור"מ במתיבתא.
ביים אנקומען האט ר' יודא זאב געצייגט פאר רבינו שליט"א די סקיצעס און פלענער פאר די נייע ביהמ"ד דקהלתינו אינעם געגנט.
ביים מסיבה האבן אויפגעטרעטן ר' דוד עקשטיין - ראה"ק דקהלתינו ק"י, און ר' יודא זאב קליין - חבר ועד השכונות, ופטרון הביהמ"ד.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דב"ק,
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי רבינו שליט"א האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יודא זאב.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריין געפארן קיין מאנסי זיך באטייליגן ביים סעודת מלוה דמלכה ומסיבת הכרת הטוב פאר די מלמדי מוסדותינו הק' -מאנסי, אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו- מראשי קהילותינו ומוסדותינו מאנסי.
מען האט געזינגען די זמירות, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנסי שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש איבער די חשיבות פון די מצדיקי הרבים.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די אפיסעס פון הרה"ח משה יצחק לאנדא הי"ו, ביים אנקומען האט רבינו שליט"א קובע געווען א מזוזה און עס איז פארגעקומען די מעמד חתימות שטרות פון סכומים אדירים, זכות כיתה אינעם נייעם בנין הת"ת דמוסדותינו אין מאנסי, זכות כיור וכנו אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, און זכות שער קומה אינעם נייעם בנין הבית רחל דמוסדותינו אין ב"ב. דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים ווי רבינו שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' משה יצחק.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
~🌴~