דאנערשטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
ביים ליינען האט רבינו שליט''א עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק י'.
נאכן דאווענען איז דער רבי געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אין בית השחיטה.
אין די פארמיטאג שטונדן האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה''ח ר' אביגדור ראזענבערג הי''ו היושב ע''פ אמו ע''ה.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ג ר' יו''ט יאזשעף שליט''א ר''מ בישיבת עסק התורה ד'סאטמאר, לע"נ בנו ר' אלעזר צבי ז"ל מהרוגי מירון דעם פארגאנגענעם ל"ג בעומר.
רבינו שליט"א האט אריין געשריבן די אותיות, און דערנאך געמאכט א לחיים, ווי דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' יו"ט בדמעות שליש.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 11:45
א גוטע נאכט.
~🌴~