מיטוואך תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תרומה=
~ב' דר"ח אדר א'~
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט הגה''צ ר' אשר עקשטיין שליט''א דומ''ץ בעלזא ב''פ איבערגעגעבן זיין נייע ספר פארן רבי'ן און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בספרי חסידות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם קעסלער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין סניף ברך משה לרגל די דאפלטע שמחה בחצרות קדשינו, שמחת הברית מילה לנכדו בן הנולד אצל הרב הערשל מייזליש שליט"א, און שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן פרע"ח הרב יחזקאל שרגא שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה,
בני הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן, ורב דביהמ"ד ישמח משה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, ביים ליינען האט דער אבי הבן עולה געווען שלישי, און רבינו שליט"א האט עולה געווען רביעי.
הגבה: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א,
גלילה: החתן יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א.
צו מוסף איז צוגאנגען דער בעל שמחה דער אבי הבן,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה.
רבינו שליט"א איז געווען סנדק ומוהל.
סנדק מעומד: הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א.
די ברכות האט געזאגט הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל אלכסנדר אשר נאך הגה"צ אב"ד טארטיקוב זצ"ל.
נאכן ברית איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום עריכת שולחן הטהור בתופים ובמחולות לרגל די שמחה המשולשת, סעודת ברית מילה, סעודת ראש חודש, ושמחת קישור החיתון, אין היכל הביהמ"ד.
בשעת די סעודה האט דער אבי הבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' הילל ראבינאוויטש שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן הרב יחזקאל שרגא שליט"א, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א.
מיט די הרחמן'ס איז מכובד געווארן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א.
"ובכן צדיקים יראו וישמחו"
נאכן בענטשן האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט נכדו החתן, לרגל די שמחת קישור החיתון.
מען האט געענדיגט די סעודה ארום 2:15.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף לייב זילבערשטיין - און ר' יואל זילבערשטיין, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים שלום ווערצבערגער - און ר' זלמן לייב אפעל, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:45 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 10:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 11:45 האט זיך כ"ק מרן רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק זיך באטייליגן ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק האדמו"ר מוויזניץ - מרכז שליט"א.
ביים אנקומען האט
דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר דער חתן, און זיך געוואונטשן מיט גיסו האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די מחותנים.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן די ריקודי קודש מיט דער חתן, און מיט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און מיט די מחותנים.
דערנאך האט רבינו שליט"א פארלאזט דעם זאל אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~