דינסטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תרומה=
~א' דר"ח אדר א'~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה, בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל קרויס.
ב"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש.
ב"ר קלמן יעקב ווייס.
דער רבי איז צוגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים ברוב עם,
רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און זייערע עלטערן, און דערנאך פארן מנהל הישיבה הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש עם דברי הדרכה פאר די בחורים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל ר' יואל יחזקאל משולם טעללער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:35 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריין געפארן קיין וויליאמסבורג צו קבלת קהל.
ביים אנקומען אויף וויליאמסבורג האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען ביי בני ש"ב הרה''ג חיים משה לויפער ז''ל.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה''ג ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט''א ובנו העסקן ר' יואל הי''ו מגדולי עסקני קהילתינו ובני משפחתו ע''פ אשתו/אמו החשובה ע''ה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 11:00 האט רבינו שליט"א געדאווענט תפילת מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 12:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן דוב בעריש בן צבי הירש מייזליש שליט"א רב דביהמ''ד בית נחום דוב ד'קהילתינו וויליאמסבורג בן הגה''צ גאב''ד ד'קהילותינו מאנטריאל חתן הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה ד'קהילותינו וויליאמסבורג זצ''ל, אין די לעגאסי זאל אין בארא פארק.
רבינו שליט"א האט טועם געווען מזונות און געטרינקען לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים.
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ,
רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים.
נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעווינטשן די כלה און פארלאזט די זאל אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~