מאנטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו''ט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל איידליס.
ב"ר גמליאל שגדרי.
ב"ר צבי אפעל.
ב"ר יואל קרויס.
נאכן תפילין לייגן האט רבינו שליט"א געצינדן ליכט און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד לרגל יודהל"ק פון זקינו בעל קדושת יו"ט זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים ברוב עם.
צום ערשט איז פארגעקומען א סיום אויף מסכת חגיגה דורך נכד רבינו הב' חיים הערש בן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א - חדב"ן, ורב דביהמ"ד קול אליהו, נאך די הדרן האט דער רבי געזאגט די קדיש.
דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים און פארציילט עובדות וסיפורי קודש פון זקינו בעל קדושת יו"ט - בעל ההילולא פאר א לענגערע צייט.
ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
רבינו שליט"א האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יודהל"ק.
ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו די זאלן פון המספיק אין ק"י ווי רבינו שליט"א האט אפגעראכטן די סעודת הילולא קדישא, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות 'דרך התורה' פון נייעק בהנהלת הר"ר יואל אפפענהיים שליט"א, און ישיבה קטנה 'דרכי התורה' אין מאנסי בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א - מנהל ישיבת דרכי התורה.
נאך די פלייש האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש מיט דברי הדרכה פאר די בחורי חמד, אינאיינעם מיט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא.
דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט אויפן כוס, מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל ישיבת דרך התורה.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:20 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~