זונטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
ב"ר יואל איצקאוויטש.
ב"ר יהודה פרענקל.
ב"ר ישראל אשר לעווי .
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 11:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מעריב ווי רבינו שליט"א האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל יומדהל''ק פון זקינו בעל קדושת יו"ט זי"ע
א גוטע נאכט.
~🌴~