מיטוואך משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אליעזר פריעדמאן.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' גראס בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 9:30 אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 9:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' עקיבא יוסף ניישטאדט און ר' ישראל פארגעס, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צו שמחת הבר מצוה פון נכדו הב' כמר בנימין חיים בן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א רב הביהמ"ד,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
ביי די זופ האט די בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני בר מצוה,
און דערנאך אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פאר חדבן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א און דערנאך ארומגערעדט בדברי שבח פון די שכונה און בפרט פון די אסיפה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע מוצ"ש אין די ביהמ"ד זיך צו מחזק זיין בעניני טעכנעלאגיע, ווי דער רבי האט שטארק אויסגעלויבט די אלע אידן און בפרט די עסקנים וואס זענען עוסק אין דעם, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור.
דערנאך איז די ציבור אריבער ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~