דינסטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר משה הערש בראך.
ב"ר אברהם גאלדבערגער.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי געווען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און וויזניצער רבי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן, און דערנאך ארויסבאגלייט רבינו שליט"א ביזן גאס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וויליאמסבורג.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א (מרכז) לרגל די חתונה פון בתו בשעטו"מ וועלכע קומט פאר אי"ה קומענדיגע וואך אין בארא פארק, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
ווי אויך איז אריין הרה"צ ר' יואל העניך האראוויץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סאטמאר-15 ב"פ שליט"א לרגל די חתונה פון בנו בשעטו"מ וועלכע קומט פאר אי"ה קומענדיגע וואך אין לאנדאן, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער אויפגענומען ביז ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~