מאנטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אביגדור הערשקאוויטש.
ב"ר יואל ווייס.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם לעווינגער בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 4:00 אזייגער איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מקאלאשין שליט"א פון ארה"ק אין באגלייטונג פון בנו הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א מנה"ר דישיבתינו הק' סניף ברך משה, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס,
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און דערנאך ווארעם אנגעווינטשן און אויך האט דער רבי אנגעווינטשן פאר הרה"ג ר' הלל שליט"א לרגל נישואי בתו למז"ט פארגאנגענע וואך העעל"ט, און דערנאך ארויסבאגלייט.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל חיים זינגער ע"ה און הרה"ג ר' שבתי קאהן שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יצחק אייזיק פוקס און ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן,
און פון די מחותנים ר' יואל כהן און ר' אברהם שאול יעקב פריעדמאן,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי דער רבי האט באשיינט די שמחת השבע ברכות פאר נכד הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע תורה'דיגע שמועס מיטן דיין שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און דערנאך אנגעווינטשן פארן חתן פארן דיין און פאר די מחותנים,
דערנאך האט מען געבענטשט און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מיטן דיין שליט"א און מיט די מחותנים.
ארום 11:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל און אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~