זונטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג יתרו=
ארום 9:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הב' ב"ר יואל טעלער - מאנטריאל.
נאכן דאווענען האבן די געסט זיך געזעגענט.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט זכרונות פון רביה"ק זי"ע אין בעל הארבער, און איבער די פראבלעמען פון די פסול'ע מזוזות און תפילין אמאל און היינט.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:55 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע און פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע, און נאך.
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~