שבת קודש פרשת בשלח - שירה במקום הנופש פאלם ספרינגס.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת בשלח - שירה במקום הנופש פאלם ספרינגס.
ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:10 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' בוומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם ווידער - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויהי בשלח פרעה את העם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט - ק"י.
ברכת המזון: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפלה למשה דקהלתינו הק' בב"פ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם פני יהושע זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם זונטאג י"ד שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד - וומ"ס.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות,
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס - ב"פ.
דערנאך האט מען ממשיך געווען בריקודים לכבוד שבת שירה.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 10:45.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו ברכות ופסוקי דזמרה און תפילת שחרית לכבוד שבת שירה.
דער רבי האט פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק כנהוג, מיט גרויס התעורות.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען א אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אבא קליין - ב"פ.
בעל קורא הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן - ק"י.
לוי: הב' יעקב ב"ר יואל טירנויער - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
רביעי: הב' המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן.
חמישי: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א לרגל הולדת בתו למז"ט.
שביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס.
הוספה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש - וומ"ס.
אחרון: הר"ר משה ברוך זילבער - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
הגבה: הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט.
גלילה: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבה לרגל די שמחה בבית רבינו שמחת הולדת הבת אצל הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א - רב דביהמ"ד ישמח משה,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות פיש און קוגל, מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
און דער רבי האט געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמעון עוזר מיטעלמאן - וומ"ס .
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין - ק"י.
כהן: ר' משה מיללער - מאנסי.
לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא -וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק אז ישיר משה ובני ישראל זאגט רש"י עלה בלבו שישיר, דארף מען פארשטיין וואס וויל רש"י זאגן מיט דעם?
אין אור החיים הק' שטייט אז עס איז דא א 'יד הגדולה' וואס דאס איז די יד ימין פון הקב"ה וואס דאס איז חסד, און עס איז דא א 'יד החזקה' וואס דאס איז די יד שמאל פון הקב"ה וואס דאס איז גבורה, דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט 'וירא ישראל את היד הגדולה' עס דארף ווען שטיין 'וירא ישראל את היד החזקה'?
נאר עס שטייט אין הגדה דבר"י אז עס איז דא א מחלוקת התנאים ר' יוסי מיט ר' עקיבא וויפיל מכות עס איז געווען אין מצרים ארבעים אדער חמישים, דארף מען פארשטיין לכאורה עס שטייט אין מדרש אז די מכות זענען געווען מדה כנגד מדה, און אויף די עשר מכות האבן טאקע די אידן פארשטאנען פארוואס עס קומט אויף די מצריים אבער אויף די איבריגע האבן זיי נישט פארשטאנען פארוואס עס קומט אויף זיי?, נאר ווען די אידן האבן געזאגט שירה האבן זיי באקומען רוח הקודש האבן זיי געזען אז די מצריים האבן געהאט נאך אסאך שלעכטע זאכן וואס זיי האבן געוואלט פייניגן די אידן און וויבאלד ביי די אומה"ע איז הקב"ה מצרף מחשבה רעה למעשה האבן זיי באקומען א עונש אפי' אויף די זאכן וואס זיי האבן למעשה נישט געטוהן פאר די אידן, במילא ווען די אידן האבן געזאגט שירה האבן זיי געזען די 'יד הגדולה' די חסד פון הקב"ה וואס ער האט מציל געווען כלל ישראל פון אסאך שלעכטע זאכן וואס די מצריים האבן געוואלט טוהן פאר כלל ישראל און זיי האבן געזאגט שירה אויף דעם.
און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי מוסר לימי השובבים איבער די חומר פון הרהורי עבירה עד כדי כך אז דער רבי זי"ע שרייבט אין דברי יואל אז הרהורי עבירה קשה מעבירה ווייל פון א הרהורי עבירה איז שווערער נזהר צו זיין ווי פון א עבירה, במילא ביי קריאת ים סוף ווען די אידן האבן געזען אז די מצריים באקומען א עונש אפי' אויף די מחשבות רעות וואס זיי האבן געוואלט טוהן האבן די אידן געזען די הארבקייט פון הרהורי עבירה האבן די אידן תשובה געטוהן אויף זייערע מחשבות רעות און אויף זייערע הרהורי עבירה,
שטייט אין מדרש אז ווען מען טוט א עבירה מיט די הענט דארף מען טוהן תשובת המשקל און טוהן מצוות מיט די הענט וכו' און די זעלבע זאך ווען מען האט ח"ו מחשבות רעות און מען ווערט נכשל מיט הרהורי עבירה איז די תשובת המשקל אז מען זאל אנהייבן טוהן מצוות מער בכוונה און מער מיט הארץ, במילא ביי קריאת ים סוף ווען די אידן האבן געזען די הארבקייט פון די הרהורי עבירה איז געווען 'עלה בלבו שישיר' אז זיי האבן זיך מקבל געווען צו דאווענען און טוהן מצוות מיט מער כוונת הלב,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי מוסר אז מען שטייט יעצט אין די ימי השובבים דארף מען זען צו תשובה טוהן אפי' אויף די מחשבות וואס דאס איז דורכ'ן טוהן מצוות מיט מער כוונה, און זיך מקבל צו זיין נזהר צו זיין פון עבירות בדיבור במעשה און אפי' במחשבה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים - ק"י.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה זושא ניישטאדט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~