מאנטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בשלח=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: ר' יואל אלתר גאלדבערגער.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער - ק"י.
כהן: ר' יואל גראס -וומ"ס.
לוי: הב' יושע ב"ר יצחק ברוך מאנדל - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הידור און חומרות פון די טערקישע טליתים און די פראבלעמען וואס האט זיך געמאכט מיט די טליתים אין די לעצטערע יארן.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:30 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער די חורבן וואס ציונות האט אנגעמאכט נאך די ערשטע וועלט מלחמה, און איבער די מלחמה וואס דער הייליגער עצי חיים זי"ע האט געפירט אנטקעגן ציונות.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד, און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד.
ארום 8:20 (פאלם ספרינגס זייגער) האט רבינו שליט"א מספיד געווען ש"ב ומחותנו כ"ק אדמו"ר מ'אלעסק זצ"ל אויף א לייו הוקאפ, ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זה קלי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו' און משמיע געווען מילי דהספדא אויפן חשוב'ן נפטר און ארויסגעברענגט ווי ער איז געווען א הולך בדרכי אבותיו, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אבידה וואס דאס איז פאר בני קהילתו און פאר די גאנצע משפחה, און צוגעענדיגט בברכת ובא לציון גואל בב"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~