זונטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בשלח=
ארום 9:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן.
נאך שחרית האט הילד שמואל אליעזר ב"ר אלחנן שלמה זלמן ראזענצווייג - מאנסי איבערגעזאגט פאר רבינו שליט"א די גאנצע תורה וואס דער רבי האט געזאגט ליל שבת קודש ביים שלחן הטהור, און דער רבי האט אויסגעהערט מיט א געוואלדיגע קורת רוח.
ווי אויך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט אויף די פרישע סעט ספרי עצי תמרים וועלכע זענען היינט אנגעקומען נתנדב געווארן לביהמ"ד דורך וועד להוצאת ספרי רבינו, און דער רבי האט פאר א לענגערע צייט
מעיין געווען אין די ספרים.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קירבה יתירה וואס רבינו שליט"א האט גענאסן פון דודו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ר' משה פאלקאוויטש האט פארגעלערנט א שיעור אין חומש רש"י פארן ציבור.
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~