שבת קודש פרשת בראשית - מבה"ח חשון - במקום הנופש בבית האכסניא פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בראשית - מבה"ח חשון - במקום הנופש בבית האכסניא פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית יואל המורחבת=
איו די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען בבית האכסניא א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נפתלי הירצקא הי"ו ובני משפחתו,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט.
ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא,
ארום 10:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
מנוחה ושמחה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א - וומ''ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לעיני כל ישראל - בראשית ברא און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למסורת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
ברכת המזון: הרה"ג ר' שמעון דייטש שליט''א - רב דביהמ''ד שערי חיים בשכונת חכם צבי ק''י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק מרוזין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' גרשון שלעזינגער הי"ו - וומ''ס.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י קליין הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א.
צו שחרית איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
פתיחה: הרה''ח ר' יעקב מנחם בערקאוויטש הי''ו.
בעל קורא: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
שביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
אחרון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א.
מפטיר: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
הגבה: הר''ר אברהם לייב לאנדא שליט''א.
גלילה: הב' אברהם אבא ב"ר וואלף פערל הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' יואל קליין הי''ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבה לרגל די הכנס''ת ולרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל נכדו הרה''ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט''א - אב''ד ראצפערט, און איז פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס, ויקרא שמה בישראל 'מלכה' נאך הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי''ע,
דער רבי האט געמאכט קידוש און מען האט געזינגען ניגוני שמחה וניגוני תורה,
דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן נדבן הס''ת ובני משפחתו און דערנאך איז די גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מארקאוויטש הי"ו.
בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: ר' אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרב נחמן בראך שליט''א - בית שמש.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה''ג ר' יואל ברש"נ ווייס שליט''א - רב דביהמ''ד פקודת הלוי בשכונת דזשעפערסאן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלקים און ארויסגעברענגט אז הקב"ה ברוך רחמיו וחסידיו קוקט אויף א פגם העבירה לויט ווי עס קוקט אויס אויף די וועלט, און נישט וויאזוי עס קוקט אויס בעולמות העליונים וואס דעמאלטס וואלט די פגם געווען אזוי גרויס אז עס וואלט נישט געניצט קיין תשובה,
צו די חסד איז מען זוכה דורך לימוד התורה וואס אפילו אחד שיושב ושונה הקב"ה עמו און אויב איז הקב"ה עמו דאן קוקט הקב"ה אויף די פגם העבירה לויט די וועלט,
דער רבי האט מעורר געווען אז מען שטייט יעצט נאך א חודש אלול און תשרי און בעפאר א לאנגע ווינטער זמן, יעדע איד האט תשובה געטוהן אויף זיינע עבירות און אזוי אויך האט יעדער זיך מקבל געווען קבלת טובות בעניני לימוד התורה, איז יעצט די צייט צו אפצאלן די קבלת טובות און עוסק זיין בלימוד התורה און אזוי זוכה זיין צו הקב"ה עמו און דורכדעם וועט מען זוכה זיין אז זיין תשובה פון די ימי אלול ותשרי זאל נתקבל ווערן ביי הקב"ה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען ר' נפתלי סופר הי"ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:45, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה בבית האכסניא.
ארום 12:30 האט דער רבי משמיע געווען דב''ק דורך א הוקאפ ביים מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר,
דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~