דינסטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בא=
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדען לעכט לע"נ זקינו הרה"ק רבי ר' זושא מ'אניפאלי זי"ע.
בעל תפילה: ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' זושא מ'אניפאלי זי"ע, ווי דער רבי האט פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז פארגעקומען די קביעת מזוזה פארן נייעם בית התבשיל וואס איז געבויעט געווארן אינעם ארטיגן ביהמ"ד נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל שפיץ הי"ו.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי ישראל בנוגע שמות וכינויים.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:15 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים איבער הגאון רבי יוסף שאול נאטזאן איבער זיין גדלות בתורה, און עובדות וסיפורים פונעם הייליגען חתם סופר.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~