דינסטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חיי שרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי הירצקא בראך הי"ו.
ב"ר יואל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך מאנטאג תולדות אין ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נישואין און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון די אנ''ש וואל קאמיטע און איבערגעגעבן א באריכט פון די גרויסע סוקסעס ווען ס'איז ב''ה אריינגעקומען קרוב צו 10,000 שטימען פון איבער גאנץ קרית יואל, און אלע אנ''ש אינדארסירט'ע קאנדידאטן האבן ב''ה געוואונען די וואלן,
באזונדער האבן די עסקנים איבערגעגעבן די רעזולטאטן פון די וואלן פון קרית יואל המורחבת אין טאון אף בלומינגראוו, ווי הונדערטער אנ"ש זענען ארויסגעגאנגען שטימען פאר די אנ''ש אינדארסירט'ע קאנדידאטן, ובפרט פארן אנ''ש אינדארסירט'ע טאון סופערווייזער וועלכע האט ב''ה געוואונען, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
~🌴~