זונטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם משה בר"ב גאלד הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר עזריאל שעהר הי''ו - תאומים.
ב''ר יעקב יואל כוואן הי''ו.
ב''ר יואל ב''ר שמואל פריעדמאן הי''ו.
ב''ר יודא ווערצבערגער הי''ו.
ב''ר משה אברהם יעקב ראטה הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
דערנאך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו פון לאנדאן,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שלום יצחק הי"ו ובני משפחתו.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש צו רבינו שליט''א הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א וואו מען איז פאר עטליכע שעות איבערגעגאנגען געוויסע שאלות העומדים על הפרק.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע בער שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' קלמן אליעזר ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' יוסף מאלח הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יצחק ראזענבלאט שליט"א - מו"ץ בהעדה החרדית וחבר מערכת וועד הכשרות לעניני שחיטה בהעדה החרדית,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בעניני שחיטה ביי גסות און ביי עופות,
הרה"ג ר' יצחק שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו הרי הלכות און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:55 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און הר"ר ישראל אברהם הערשקאוויטש שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה לוי לאנדא הי"ו און הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.
דערנאך איז אריין בקודש פנימה הנהלת ומתפללי ביהמ''ד ישראל שלום דקהילתינו הק' בשכונת ויואל משה אינאיינעם מיט הגה''צ רב הביהמ''ד שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת הנסיעה הרוממה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן פרע''ח שליט''א,
דער רבי האט איבערגעקוקט די סדר הנסיעה ווי מען וועט אי"ה זיין אויף דעם שב"ק פרשת חיי שרה בעיר האבות סיגוט יע"א,
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דערנאך זענען אלע משתתפי הנסיעה אריבער און דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נישואין און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~