שבת קודש פרשת וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וירא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו,
החתן יואל זאב ב"ר יושע בער שווארטץ הי"ו.
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל דוויליאמסבורג.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה''ג ר' משה בהרה"ג ר' יושע אשר כהנא שליט"א - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' משה כהנא שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרב שלמה בהרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואקחה פת לחם וסעדו לבכם און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מקרא נדרש לפניו ולפני פניו.
קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד לייב אקער הי"ו - לאנדאן.
ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א - וומ"ס, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ' חשון.
קה רבון עלם: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים מאיר כ"ץ הי"ו - ב"ב.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדמאן הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אויסגעריפן די הכרזה בשם די הנהלת הקהילה והמוסדות איבער די וויכטיגקייט פון גיין שטימען אין די וואלן וועלכע קומט פאר דעם דינסטאג חיי שרה.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מיכל גרינפעלד הי"ו.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
כהן: החתן ב"ר שלום שווארטץ הי"ו.
לוי: החתן ב"ר אהרן שלמה אפפעל הי"ו.
שלישי: החתן קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש עקשטיין הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יואל זאב ב"ר יושע בער שווארטץ הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן מרדכי דוד ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה יוסף ברא"ש פרידלענדער הי"ו.
ר' אברהם שמעון וויינבערגער הי"ו.
ר' יעקב ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
ר' שמשון סעגעדין הי"ו.
ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי"ו.
ר' יעקב גדלי' מיללער הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו.
הוספות: החתן יעקב ב"ר יואל קויפמאן הי"ו.
החתן ליפא ב"ר שמואל ברא"ל בראך הי"ו.
אחרון: החתן נפתלי צבי ב"ר אברהם פאלאטשעק הי"ו.
מפטיר: החתן אברהם עיבר ב"ר יחזקאל פראנקעל הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו.
החזרת הס"ת: הרה"ח ר' יחזקאל פראנקעל הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו - וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום אליעזר ברא"ש סאנדעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל מרדכי ווירצבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלום שווארטץ הי"ו - מאנטריאל.
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
שלישי: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וירא אליו ה' באלני ממרא און נאכגעזאגט פונעם בעש"ט הק' אויף בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, זאגט דער בעש"ט אז יעדע איד הערט די בת קול און ווערט יעדן טאג נתעורר לתשובה,
זאגט אבער דער ראפשיצער רב זי"ע אז ווי מער מען זינדיגט ח"ו ווערט מען נתרחק פון די קדושה און מען הערט מער נישט די בת קול,
האט דער רבי געזאגט אז די עצה איז לימוד התורה און דורך לימוד התורה איז מען זוכה צו קענען הערן די בת קול און אזוי נתעורר ווערן צו תשובה, 'והיה אם שמוע בישן תשמע בחדש' אז מען וועט לערנען תורה בקביעות דאן תשמע בחדש וועט מען הערן די פרישע בת קול היוצאת בכל יום, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען זיכער צו מאכן אז מען האט א שיעור אין לימוד התורה בקביעות גמור און דורכדעם וועט מען זוכה זיין צו קענען הערן די בת קול.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מיכל גרינפעלד הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה יודא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אברהם משה ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
ארום 10:15 איז פארגעקומען בקודש פנימה די קריאת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב שמעון קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה משה וויינבערגער הי"ו,
דער רבי האט געליינט די תנאים און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פארן עלטער זיידע משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו ווי עס פארגעקומען א סיום אויף שו"ע אורח חיים הלכות ברכות דורך חבורת 'קנין הברכה' שע"י מבצר הכוללים בראשות נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות ברכות און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א און פאר אלע חברי החבורה.
ארום 10:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די נייע הויפטקווארטיר פון די 'חברים' ארגענעזאציע אויף די עיקערס גאס,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די חברים וואלענטורן וועלכע העלפן ארויס אידן אין אלע צייטן און אין אלע מצבים וואס דאס איז די מדה פון אברהם אבינו און איז משפיע חסד ורחמים פאר יעדן איינעם, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א וועלכע איז עומד בראש פון די ארגענעזאציע בדבר ה' זו הלכה און מאכט זיכער אז יעדע דבר קטן וגדול איז אויסגעהאלטן אינגאנצן און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז דער רבי ארום און זיך אומגעקוקט אין אלע צימערן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די ראשי הארגענעזאציע.
דערנאך ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די בחינה פומבי דורך חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א - מרבני קהלתינו וומ''ס, און הר"ר אברהם שווארטץ שליט"א - וומ''ס, האבן פארהערט די בחורים בע"פ און דערביי האט דער רבי זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת החבורה, פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - פטרון החבורה, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ואקחה פת לחם און ארויסגעברענגט די הנאה וואס מען האט ווען מען זעט ווי אזויפיל בחורים פארהערן זיך צענדליגע מסכתות בעל פה און אנגעוואונטשן מען זאל קענען ווייטער גיין מסכתא נאך מסכתא און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 12:30 זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים יוצאי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומ"ס אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א און זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף די לימודים פון די פארגאנגענע דריי יאר אויף מסכת גיטין, בבא קמא, און ביצה,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים א זילבערנע בעכער.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש די אסעמבלימאן 'קריס עיקוס' וועלכע פארטרעט קרית יואל און לויפט פאר ווידערוויילונג, אינאיינעם מיט הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו - ווילעדזש אדמיניסטראטאר און בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכנשטיין הי''ו - אסעמבלימאן פון ב''פ,
דער רבי האט זיך באדאנקט פאר זיין שטענדיגע הילף לטובת קרית יואל און פאר זיין הילף אוועקצושטעלן די געזעץ לטובת די היימישע חינוך אין ניו יארק,
באזונדער האט מען אויסגעשמועסט א לענגערע צייט פילע ענינים וואס ער וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר קרית יואל'ס שטענדיגע הרחבות גבולי הקדושה כדי צו קענען האלטן ביליג די דירות פרייזן, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~