פרייטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אלעזר שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' שמחה קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים אנקומען אין ישיבה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים בנין הישיבה ווי מען בויעט צו א פרישע פליגל צום בנין הישיבה ווי מען וועט אהערשטעלן נאך כתות נאכצוקומען די וואוקס פון די תלמידי הישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב''ר בצלאל בנימין פרידריך הי''ו.
ב''ר אליעזר צבי ניימאן הי''ו.
ב''ר מאיר פערל הי''ו.
ב''ר משה דוד פריעדמאן הי''ו.
ב''ר קלמן אליעזר פייערשטיין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
א גוט שבת.
~🌴~