מאנטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בא=
~ראש חודש שבט~
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: ר' מאיר לייב ווערטהיימער.
רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעזאגט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הר"ר נפתלי הירצקא פרידמאן.
כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן.
לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער.
שלישי: הרבני הנגיד ר' בערל ווייס - לאס אנדזשעלעס.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל ניימאן.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מהלך ווי אזוי עס וואקסט א לולב און איבער די חלק הלכה ווי דער רבי האט אנגעוויזן די פרטי הדברים אויף די טייטלביימער וואס געפונען זיך אין די געגענט.
רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש אויף א פריוואטער פארנעם בביתו נאוה קודש.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 12:00 אזייגער איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים פונעם הייליגן מהר"ם שיק זי"ע וואס איז היינט געפאלן די יארצייט.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~