דינסטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וירא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ט'.
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף די פארברייטערטע היכל הביהמ"ד וועלכע איז אין די טעג פארברייטערט געווארן צוליב די ריבוי התלמידים.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה''צ רבי אנשיל שעהר שליט''א - אב''ד קלעסאן צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בתו הצעירה למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אויפדערנאכט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי נישואין און בשבח פון קהלתינו הק' אין לינדען ווי חתנו הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א דינט אלץ רב דקהלתינו, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א אסיפה מיט די וועד החינוך פון מוסדותינו הק' פון ב''פ לאור די בעפארשטייענדע אסיפה 'מסורתינו' וואס קומט פאר קומענדיגע מיטוואך חיי שרה פאר אלע אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטע פינף יאר וואו עס וועט אויפטרעטן מיט'ן חובת השעה הגה''צ אב''ד ור''מ וומ''ס שליט''א בשליחות הקודש פון רבינו שליט''א און וועט איבערחזר'ן די וויכטיגע יסודות וואס איז נוגע פאר א חסידישע סאטמארע אינגערמאן,
מען איז איבערגעגאנגען מיט'ן רבי'ן די פונקטליכע פרטים וואס מ'זאל אויסשמועסן ביים מעמד און אלע תקנות המוסדות וכו' און דער רבי האט געגעבן ברכת הקודש.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת התאחדות אברכים אינאיינעם מיט הנהלת חבורת יסודי התורה פון קהלתינו הק' וומ"ס און האבן איינגעלאדענט רבינו שליט"א צום סיום מסכת בבא קמא במסגרת חבורת יסודי התורה וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן מוצש"ק חיי שרה אין וומ"ס,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די ריבוי הלומדים אין חבורת יסודי התורה וועלכע שטעלן זיך צום פארהער יעדן חודש און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~