זונטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף יושע ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר מרדכי יונה ווידער הי"ו.
ב"ר יודא זאב קליין הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר בנציון יושע קראוס הי"ו.
ב"ר יעקב יודא ארי' מוטצען הי"ו.
ב"ר יושע הערש ברמ"י גליק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חומר האיסור פון השתתפות אין די בחירות הטמאות אין ארה"ק וועלכע קומט פאר די וואך.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד סלאטפינא ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מנשה בן בנש"ק הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו, און דערביי האט דער משמש ר' וואלף פריעדלענדער הי"ו געמאכט די מי שברך כנהוג.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים פילאפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שטיינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 7:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד יראי השם בשכונת ברוך טעם אין קרית יואל המורחבת, צום שמחת השבע ברכות לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א בן הגה''צ גאב''ד טענקא שליט''א וחתן הגה''צ אב''ד וויטקא שליט''א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס הרבנים שליט"א און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר די חשובע זיידעס, פארן רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 10:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:10 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אהל פיגא צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און פון חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד און פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב אורי האלבערשטאם שליט"א מיט דברי בדחנות,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און מיט די שבע ברכות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~