שבת קודש פרשת לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת לך=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אברהם משה ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו,
החתן מרדכי דוד ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו,
החתן אברהם עיבר ב"ר יחזקאל פראנקעל הי"ו,
החתן אלימלך ב"ר יעקב הערש פערל הי"ו.
ארום 6:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו - שיכון סקווירא.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' שמואל זאנוויל סיגלער הי"ו.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואגדלה שמך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון הקדש מפקיע מידי שיעבוד.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משה'לע משינאווא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן עש"ק י"ב חשון.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
בשעת'ן טועם זיין פון די פירות האט מען געזינגען די ניגון פליאה דעת ממנו און דערנאך האט דער רבי פארציילט אז רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט זיך אינטערזינגן די תנועה פון די ניגון ביי די 4'טע נענועים סוף הלל.
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א - מו"ץ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא גרינפעלד הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: החתן שמעון ב"ר נחום קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: החתן יעקב ב"ר יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו - באווארפען.
רביעי החתן נפתלי צבי ב"ר אברהם ב"ר בערל פאלאטשעק הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן אברהם עיבר ב"ר יחזקאל פראנקעל הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' וואלף פריעדלענדער הי"ו.
ר' משה יודא וויינגארטן הי"ו.
ר' ירמי' בנציון קאפפעל הי"ו.
ר' יושע הערש לעווי הי"ו.
ר' דוד ברא"ז ניימאן הי"ו.
ר' שמעון משה ניישטיין הי"ו.
שביעי: החתן אלימלך בר יעקב הערש פערל הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן חיים מאיר בהרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א.
מפטיר: החתן אברהם ב"ר מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו - מאנטריאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם וואלף קויפמאן הי"ו - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס פראנקעל הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' צבי יודא ברמ"ח ווייס הי"ו - אנטווערפען.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל שפילמאן הי"ו - וומ"ס.
ביי שלו"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לך לך מארצך ואברכך ואגדלה שמך און נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע אז די סיבה פארוואס מען מעג מתפלל זיין ראש השנה אויף צרכי גשמיות איז וויבאלד כדי א איד זאל קענען דאווענען און לערנען מיט א רואיגקייט און קענען טוהן צדקה וחסד פעלט זיך אויס אז מען זאל זיין געזונט און האבן פרנסה בהרחבה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אויב א ערליכע איד האט נישט קיין געלט און איז נישט געזונט דאן איז עס א חילול השם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן פרנסה בהרחבה פארן גאנצן ציבור.
ידיד נפש: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן שמעון ב"ר נחום קלאגסברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:55.
ארום 10:15 איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם ישעי' ווייס הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן דאנערשטאג חיי שרה אין ביהמ"ד בית מרדכי,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם ישעי' הי"ו ובני משפחתו.
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר התפילה אינעם בנין הביהמ"ד דקהילתינו הק' ב"ב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חשיבות פון תורת ארץ ישראל,
דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו און פאר די חברי וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב.
דערנאך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שלמה יעקב זידא אייכנשטיין שליט"א - אב"ד גאלאנטא בן האדמו"ר מגאלאנטא שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק אין קרית יואל,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי בית צאנז און זידיטשוב און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~