מאנטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
ב"ר יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך"
ארום 5:25 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום JFK לופטפעלד פון ווי רבינו שליט"א האט אפגערייזט צום ערשט אויף א קורצע אפשטעל אין בונעס איירעס ארגענטינע אויף א ביקור מרומם בק"ק 'קהל חרדים דארגענטינע' אין שטאט, און דערנאך וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה קיין מאנטעווידעא אורעגוויי צו באזוכן די ארטיגע בית השחיטה פון ווי קהלתינו הק' וועט אנהייבן שחט'ן די גסות בתכלית הכשרות והידורים כפי הוראת רבותינו הק',
דער רבי איז אנגעקומען אין לופטפעלד ארום 7:05,
נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם בית חב"ד אינעם לופטפעלד,
בעל תפילה: ר' משה דוד דאווידאוויטש הי"ו,
נאך מעריב האט שלום גענומען די ארטיגע חב"ד רב הרב יוסף ראאב שליט"א און זיין שווער הרב אליעזר רייטשיק שליט"א - יו"ר מקוה אינטערנעשאנעל וועלכע האט דערביי געוויזן פאר רבינו שליט"א א באריכט פון זיינע פילע פעולות צו בויען מקוואות איבער דער גארער וועלט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 8:40 איז דער רבי ארויף אויפן פליגער אינאיינעם מיט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א,
די פליגער האט זיך געהויבן ארום 9:15 און איז ערווארטעט צו לאנדן ארום 9:30 אינדערפרי ארטיגע זייגער (7:30 ניו יארק'ע זייגער) ווי דער רבי וועט תיכף צופארן צום אכסניא און נאך א קורצע צייט אריינקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאך שחרית וועט פארקומען די 'מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים' בהשתתפות פון הונדערטער תושבי העיר.
"צהלי ורוני יושבת ארגענטינע - הנה מלכך בא"
א גוטע נאכט.
~🌴~