זונטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וירא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלמה אלעזר טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ד'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אריאל שלמה מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' שאול יואל סועד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה שלום גינזבערג הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע פארקאש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו און הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס און הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג רבי הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן דינסטאג חיי שרה הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~