זונטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בא=
ארום 8:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אין פאלם ספרינגס.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די גלילות קרית יואל בפרט און אין גאנץ אראנדזש קאונטי בכלל.
אין די פארמיטאג שטונדן ארום 11:50 איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, און דער רבי האט פארציילט זכרונות פון די נסיעות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע קיין ארה"ק.
נאכן שפאצירן זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה.
צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
א גוטע נאכט.
~🌴~