דאנערשטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק חיים שאלילאף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א - מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
ב"ר יואל לעפקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבת.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 3:15 איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א - ר"י זוועהיל בארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, צום ערשט בדברי תורה און דערנאך איבער די חרדישע ישוב אין טבריה, און איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערביי האט דער רבי געגעבן ספרו החדש לב אהרן - סוגיות און עס האט זיך פארצויגן א לומדישע שמועס בדברי פלפול, און דער רבי האט ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל הערש פויגעל הי"ו און הרה"ח ר' ישכר דוב מאירוביץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:25 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג רבי יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו איינצולאדענען און אפנעמען ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג וירא אין מאנסי,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי נשואין בבית וויזניץ און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן רב שליט"א און פאר בנו החתן ני"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~