מיטוואך לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א.
ב"ר ישעי' באש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און דערביי האט דער רבי געגעבן פארן בר מצוה בחור בהרה"ג ר' סיני ט"ב שליט"א א סעט פון ספרו לב אהרן - סוגיות לכבוד די בר מצוה.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,400 תלמידי המתיבתא בליעה"ר,
דער רבי האט אנגעהויבן מיט לענגערע דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מען דארף שטייגן אין ישיבה בתורה עבודה וגמ"ח, תורה: מען זאל לערנען און חזר'ן אז מען זאל קענען קונה זיין מסכת שבת גפ"ת וואס מען לערנט די יאר אין ישיבה, און אזוי אויך מיטהאלטן אלע שיעורי הישיבה הן אין גמרא און הן אין שו"ע און אזוי אויך איינהאלטן אלע זמני וסדרי הישיבה, סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און סיי די איבריגע סדרי הישיבה,
עבודה: די תפילות דארפן זיין ווי עס פאסט פאר א ישיבה בחור, דאווענען אויפן קול ובמקום קבוע,
גמ"ח: ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן סיי דורך גיין נאך געלט און סיי מיט א גוט ווארט אדער לערנען מיט א בחור וכו',
און ארומגערעדט איבער די זכי' צו קענען לערנען דא אין אזא הייליגע ישיבה אוועק פון די גוי'אישע גאסן און מען זאל טאקע זען צו ממעט זיין אוועקצוגיין פון ישיבה,
און דער רבי האט ממשיך געווען און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און אויסניצן די מוצאי שבתים מיט לימוד התורה און סעודת מלוה מלכה, זיך אפהיטן פון די כלים, און שטארק אויפגעפאדערט נישט צו האבן קיין טעלעפאון אין ישיבה - אפילו א כשר'ע, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה לקראת די ווינטער זמן הבעל"ט,
דער רבי האט פארענדיגט די דרשה ארום 2:20 און אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יצחק יאזשעף שליט"א און הר"ר יוסף שמואל פילאפף שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון ישראל חיים ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~