דינסטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל בר"מ גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה ארי' ברי"מ עקשטיין הי"ו.
ב"ר דוד ארי' שווארץ הי"ו.
ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו.
ב"ר מאיר דוד גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 4:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה אהרן ברד"י רייך הי"ו ובניו היושבים ע"פ בנו /אחיהם ר' יוסף מאיר נחמן ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יצחק פראנצאז ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון קאנטינענטל ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' מאנסי, און הרה"ח ר' יצחק ברש"י אפפעל הי"ו.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע איבערגעדריקטע שו"ת עצי חיים וואס איז נארוואס איבערגעדריקט געווארן דורכ'ן רב שליט"א,
דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אינעם ספר און זיך באדאנקט פאר אחיו הגה"צ שליט"א, און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל הב' בן בנו הרה"ג ר' סיני שליט"א וועלכע איז פארגעקומען היינט דינסטאג אויפדערנאכט.
אויך זענען אריין א קבוצה מתלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א און זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים פון פארגאנגענע יאר,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בחורים און פאר די רמ"י הישיבה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט דעם זונטאג העעל"ט,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און ר' אברהם יודא הי"ו האט געוויזן פאר רבינו שליט"א פארשידענע אנטיק ספרים און כתבי ידות וואס ער האט באוצרו, צווישן אנדערע די 'גנזי יהודה' פראיעקט וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~