מאנטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
ב"ר פנחס ווייס הי"ו.
ב"ר יואל מנחם יודא גאנדל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די נייע זמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל וועבערמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי דער רבי האט באשיינט די מעמד קבלת פנים ביים שמחת החתונה בבית סערדאהעלי - בורשטין, החתן בן הרה"ג ר' ישכר דוב כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' אלטר טייטלבוים שליט"א - ר"מ במתיבתא, בן הגה"צ דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומ"ס זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע רבנים שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די גרויסע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:45.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יואל לעפפלער הי"ו און הרה"ח ר' משה יקותיאל שווארטץ הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א און הרה"ח ר' יואל ברא"מ פאלקאוויטש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~