זונטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף יששכר דוב פארקאש הי"ו.
ב"ר שלמה ברוך ברי"מ לאנדא הי"ו.
ב"ר אליקים געציל פיש הי"ו - ב"פ.
ב"ר שמעון גערטנער הי"ו - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. נאכן וויילן די פארגאנגענע וואך בבית הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אויף מנוחת הנפש.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' פנחס מנחם ביקסנשפאן הי"ו און הרה"ח ר' אביגדור מערמלשטיין הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו און הר"ר הערשל קאהן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"מ בלייך הי"ו און הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל און הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אליעזר גאלד הי"ו און הרה"ח ר' יושע בער שווארטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א פון בני ברק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די דרך הלימוד פונעם כתב סופר זי"ע און דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט לשבח פון די היכלי התורה איבער דער גארער וועלט וועלכע זענען נתייסד געווארן דורך רבינו שליט"א,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~