שבת קודש פרשת נח -שבת ר"ח חשון - במקום הנופש בבית האכסניא פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נח -שבת ר"ח חשון - במקום הנופש בבית האכסניא פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית יואל=
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא,
ארום 10:00 אזייגער האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
מנוחה ושמחה: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק את האלקים התהלך נח און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שאול בר"מ פריעדמאן הי"ו - וומ''ס.
ברכת המזון: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק מרוזין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ג' חשון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' שמעון בארזעסקי הי"ו.
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א און הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו.
בעל קורא: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
לוי: הב' אהרן ב"ר הערשל מאנדל הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
שישי: רבינו שליט"א.
שביעי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו.
אחרון: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' יואל ישעי' גאלדענבערג הי"ו.
גלילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו.
מפטיר: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
הגבה: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו.
גלילה: הב' אהרן מנחם ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' וואלף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: הב' אהרן ב"ר הערשל מאנדל הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק את האלקי'ם התהל'ך נ'ח ווי די ס"ת איז 'חכם' און די ר"ת פון א'לה ת'ולדות נ'ח איז 'תנא' און פון דעם זעט מען אז נח האט עוסק געווען בלימוד התורה און דאס האט געמאכט אז עס זאל בלייבן אין אים די כח הקדושה פונעם משלח הקב"ה און אזוי האט ער געקענט מקיים זיין די מצות ה' און זיין אפגעהיטן און זיך מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגן ר' נפתלי סופר הי"ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:20, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה בבית האכסניא.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' פישל סופר ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' בערל שימענאוויטש הי"ו ובניו און הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו היושבים ע"פ אשתו /אמם /בתו ע"ה.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם זאל ארום 11:40,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די אנדערע רבנים שליט"א אויפן אויבנאן,
דער מנהל הר"ר יודא בער טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט איינער פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע רבנים שליט"א, פאר אלע עלטערן, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז נאר מיט די כח פון די תורה הקדושה האט נח זיך געקענט מתגבר זיין אויף די נסיונות הזמן, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב' על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים,
ארום 12:20 האט דער רבי פארלאזט די זאל, און זיך אומגעקערט קיין קרית יואל.
א גוטע וואך.
~🌴~