שבת קודש פרשת וארא שבת מבה"ח שבט במקום הנופש פאלם ספרינגס.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת וארא שבת מבה"ח שבט במקום הנופש פאלם ספרינגס.
ארום 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם ארטיגן ביהמ"ד צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין - ק"י.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:00 אזייגער.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם אשר פעדער - סקווירא.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צי פאר מתן תורה האט מען געהאט א דין בן נח אדער א דין ישראל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים הערש אפעל - ק"י.
ברכת המזון: הרה"ח ר' משה אונגאר - סקווירא.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' בנציון קליין - ק"י.
מען האט אויפגעגעבן פירות און בשעת די פירות האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' זושא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ב' שבט.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:00.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' משה שטיין - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען האט דער רבי געהייסן מאכן א אפיעל פארן ביהמ"ד.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער - ק"י.
בעל קורא הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
במקום כהן: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א - ב"פ.
שני: הרה"ח ר' בנציון קליין - ק"י.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא - וומ"ס.
רביעי: הרה"ח ר' שמחה בונם שאמועל.
חמישי: הב' המשב"ק אלטר ברוך גפן.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין - ק"י, און דער רבי האט געהייסן מאכן א מי שברך.
אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב אלעזר טייטלבוים בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א לרגל הולדת בתו למז"ט.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער - ק"י.
אחרון הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין - ק"י.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' הערשל פערל - ב"פ.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים הערש סופר - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 12:30
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' מאיר לייב ווערטהיימער - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יודא לייב זארגער - מאנסי.
במקום כהן: הרה"ח ר' משה אונגאר - סקווירא.
שני: הרה"ח ר' אברהם אבא קליין - ב"פ.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם אשר פעדער - סקווירא.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש אפעל - ק"י.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין - ק"י.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז אין די טעג אין די ימי השובבים ווען די ארי' הקדוש האט מגלה געווען אז מען קען תשובה טוהן אויף אלע עבירות ווערט שווער א קשיא אז מען האט שוין איינמאל תשובה געטוהן און מען האט נאך אלץ געזינדיגט אויב אזוי וויאזוי זאל הקב"ה גלייבן אז יעצט גייט מען שוין נישט זינדיגן?
האט דער רבי געזאגט אז ווען אברהם אבינו איז געגאנגען צו די עקדה האט ער געהאט א שטארקע קשיא 'אתמול אמרת לי כי ביצחק יקרא לך זרע וחזרת ואמרת קח נא את בנך?'
האט אברהם אבינו געזאגט פאר הקב"ה פונקט ווי איך פרעג נישט קיין קשיות אויף דיר זאלסטו נישט פרעגן קיין קשיות אויף מיינע קינדער און אייניקלעך.
און דער רבי האט געטייטשט 'וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל' אז די מצריים האבן געמאכט זינדיגן די אידן מיט הארבע עבירות און זיי האבן תשובה געטוהן און נאכאמאל געזינדיגט און נאכאמאל תשובה געטוהן וכו' און לכאורה ווי אזוי האט געניצט זייער תשובה זיי האבן דאך געזאגט אז זיי גייען שוין נישט מער זינדיגן?
האט הקב"ה געזאגט 'ואזכור את בריתי' איך געדענק די בונד מיט אברהם אז פונקט ווי ער האט נישט געפרעגט קיין קשיות אויף מיר פרעג איך נישט קיין קשיות אויף די אידן, און עס ניצט תשובה,
און דער רבי האט פארציילט די מעשה פונעם הייליגן רבי ר' זושא זי"ע אז ער פלעגט יעדע נאכט תשובה טוהן און זיך מתודה זיין און צוזאגן אז מער גייט ער שוין נישט זינדיגן און ער פלעגט זאגן "זושא זושא נעכטן האסטו דאך אויך צוגעזאגט אז די גייסט שוין נישט זינדיגן און האסט נאך אלץ געזינדיגט? "אבער היינט מיין איך עס אמת'דיג"
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי התעורורות לימי השובבים אז מען טוט תשובה און מען איז זיך מקבל אז מען גייט מער נישט זינדיגן ווערט נתעורר די קשיא אז פאריאר אין די ימי השובבים האט מען דאך אויך צוגעזאגט אז מען גייט מער נישט זינדיגן? דארף מען זען עס צו מיינען אמת'דיג און תשובה טוהן באמת ובלב נפש.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שמחה בונם שמאועל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט קומענדיגן שב"ק ו' שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
א גוטע וואך.
~🌴~