זונטאג נח - אסרו חג סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג נח - אסרו חג סוכות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א - מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בערנאטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
תאומים בני ר' יקותיאל צבי ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע פערענץ הי"ו.
ב"ר יעקב משה גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יוסף אהרן סופר הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם יעקב יודא ראזענבוים הי"ו.
ב"ר יוסף דוד לאוב הי"ו.
ב"ר שלום שמעי' מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר גרשון מנחם ניישטאדט הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אביגדור אברהם ראזענבערג הי"ו.
ב"ר אלעזר רובינפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען בחדרו הפרטי די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן מערמלשטיין הי"ו פון ירושלים,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי פארטיילט שיירי נוי סוכה פאר די בחורים וואס האבן ארויסגעהאלפן מיטן בויען און צענעמען די סוכה בביתו נאוה קודש,
דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הב' אהרן בהר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
נאך מנחה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' בנציון יושע קראוס הי"ו היושב ע"פ אחיו ע"ה.
ארום 7:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין ק"י ווי דער רבי וויילט במשך די וואך פון פרשת נח אויף מנוחת הנפש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 אזייגער בבית האכסניא,
בעל תפילה: הבה"ח משה ארי' ב"ר אליעזר ווידער הי"ו - לאנדאן.
~🌴~