באריכט פון די לעצטערע טעג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א במקום הנופש פאלם ספרינגס.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
באריכט פון די לעצטערע טעג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א במקום הנופש פאלם ספרינגס.
=מאנטאג וארא=
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אויפן איסט פאלם קעניאן גאס.
בים אנקומען האט זיך רבינו שליט"א אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד, און אויף די כשר'ע עסן איינריכטונגען אויפן ארט.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
אין די פארמיטאג שטונדן איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות ובסיפורי צדיקים.
פארנאכטס איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
=דינסטאג וארא=
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אויפן איסט פאלם קעניאן גאס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית מילה פארן זון פון דער ארטיגער רב הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א, ביי וועלכע רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט אמירת הברכות וקריאת השם.
דערנאך איז פארעקומען א מסיבת לחיים לרגל יומדהל"ק פונעם הייליגער בעל התניא, דער רבי האט געוואונטשן לחיים, און דערנאך פארציילט סיפורי צדיקים במשנתו פונעם בעל ההילולא פאר א לענגערע צייט. (זעט דברות קודש אויבן)
עס האט זיך אויך אנגעזען הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א פון ב"פ.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
אין די פארמיטאג שטונדן איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות ובסיפורי צדיקים.
פארנאכטס איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
=מיטוואך וארא=
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אויפן איסט פאלם קעניאן גאס.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
אין די פארמיטאג שטונדן איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות ובסיפורי צדיקים
פארנאכטס איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
=דאנערשטאג וארא=
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אויפן איסט פאלם קעניאן גאס.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און האט עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
אין די פארמיטאג שטונדן איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, ווי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות ובסיפורי צדיקים.
פארנאכטס איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין ביהמ"ד,
און ביים זמן ר"ת האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב.
=פרייטאג וארא=
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אינעם שטאטישער ביהמ"ד אויפן איסט פאלם קעניאן גאס.
פארן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען.
נאכן דאווענען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אין די כשר"ע עסן געשעפט אין ביהמ"ד ווי מען פארקויפט די מאכלי שבת.
א גוט שבת
~🌴~