פרייטאג בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בראשית=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלום נויפעלד הי''ו.
ב"ר מנחם מענדל אפענהיים הי''ו.
בעל תפילה: הב' אהרן מנחם ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א וחתן הגה''צ רבי אברהם יודא לעוו שליט''א - אבד"ק ור"י תפארת אליעזר.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א.
ברכות וקריאת השם: די זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל' נאך די עלטער זיידע הגה''צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בבית האכסניא אינאיינעם מיט די בני המשפחה,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערב שבת,
דערביי האט זיך פארמירט שיינע שמועסן מיט די זיידעס הרבנים שליט''א איבער די מקור פון די נאמען 'יקותיאל יהודה' און איבער די מנהג פונעם צאנזער רב זי''ע צו פירן טיש אום ערב שבת,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב דוד שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה.
א גוט שבת.
~🌴~