זונטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג וארא
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים קאהן.
ב"ר יוסף לייב סאנדער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די בית השחיטה המהודרת איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 4:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הישיבה.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א פון ישיבה בשירה וזמרה.
"יציאת צדיק מן המקום עושה רושם"
ארום 7:15 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. אויפן וועג צום עירפארט אין וועסטשעסטער, און ארום 9:05 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א אינאיינעם מיט הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל - לאנג יעריגע חברותא פון רבינו שליט"א - האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש ביז קומענדיגן ג' יתרו הבעל"ט,
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט ארום 11:15 -ארטיגע זייגער (ארום 2:15 ניו יארק'ע זייגער).
''כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך ''
א גוטע נאכט.
~🌴~