דאנערשטאג ברכה א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ברכה א'=
~שלש עשרה מידות~
דער רבי איז אריין געקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול אום 5:45.
בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
מען האט געענדיגט סליחות ארום 6:45. נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:25 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"א היילברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה,
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו.
נאך תהילים האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע.
מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:15.
פאר קריאת הקרבנות האט דער רבי געזאגט ווידוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות.
דערנאך האט מען געליינט די קרבנות,
בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
ארום 2:10 איז דער רבי אנגעקומען צום לעיק אויף די פארעסט זייט צו אמירת תשליך ברוב עם,
דער רבי האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב מען האט געענדיגט ארום 2:25.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע,
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 9:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~