דינסטאג ברכה א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ברכה א'=
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו.
ב"ר משה שטערן הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא בר"ב שטיין הי"ו.
ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין ענגלוואד ניו דזשערסי אויף ניחום אבילים ביי משפחת ש"ב הרה"ח ר' יוקל גראס ע"ה,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גרויסע זיידעס לבית וואלאווע און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
זמני כניסה איז געווען פון 5:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן דאנערשטאג נח אין ביהמ"ד לב אהרן אין וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יעקב הערש הי"ו ובני משפחתו.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
עס איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' מנשה כ"ץ שליט"א - אב"ד פריימאן וומ"ס לברך ולהתברך לרגל די נייע יאר און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~