זונטאג ברכה א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ברכה א'=
~צום גדלי'~
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים הערש קאהן שליט"א.
ב"ר אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו.
ב"ר חיים דייטש הי"ו.
ב"ר יואל לאנדא הי"ו- אנטווערפן.
ב"ר ישראל מייער הי"ו.
ב"ר יעקב משה ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
נאך מנחה האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישית,
דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק 'האזינו שמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' און ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי דרוש ופלפול ואגדה אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין די פארגאנגענע וואכן בהיכל הישיבה,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אויף קביעות עתים לתורה וואס טראץ וואס די קול תורה אין די בתי מדרשים אין ק"י איז בעסער ווי אין אנדערע מקומות אבער ס'איז נאך אלץ נישט יעדער, און ס'איז דא מענטשן וואס זענען זיך נאכנישט קובע עתים לתורה, 'מען מוז יעדן טאג האבן א שיעור' און נאר דאס קען מציל זיין פון אלע נסיונות וואס מען גייט אדורך א גאנצן טאג, די זעלבע בעניני תפילה וואס מען דארף זען צו דאווענען פון מה טובו און נישט זיך מיטכאפן אינמיטן א מנין, און אזוי אויך מעורר געווען צו קומען אין ביהמ"ד מיט דרך ארץ מיט א הוט און רעקל 'בבית אלקים נהלך ברגש',
און אזוי אויך בעניני צניעות ביי נשים, ביי אלע מלבושים בכלליות און בפרט מיט די זאקן און ביי-האר וואס איז זייער הארב געווען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע - מייסד העיר, און יעדע טאטע דארף אכטונג געבן און אויפפאדערן אין זיין שטוב נזהר צו זיין בעניני קדושה וצניעות, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די שטאט צעוואקסט זיך ב"ה אין אלע זייטן און מען דארף זיכער מאכן אז אין יעדע געגנט איז דא א וועד בעלי בתים משגיח צו זיין בעניני רוחניות זיכער צו מאכן אז עס איז נישט דא קיין פורצי גדר בעניני קדושה וצניעות, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח איבער די תקנות חשובות בנוגע די מלבושים פאר די תלמידות בית רחל ווי מען האט אריינגעברענגט א אויסוואל פון צוואנציג ערליי מלבושי כבוד צניעות'דיגע קליידער און דאס פארשפרייט א קדושה אין די גאנצע שטאט און איז א עונג רוחני פאר רביה"ק זי"ע,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די הצלחה פון די תקנות וואס מען האט געמאכט צו נידערן די פרייזן פון די דירות אין ק"י פאר דריי הונדערט דאלער א סקווער פוס, און דער רבי האט געבעטן פון די גאנצע ציבור זיך צו האלטן צו דעם און נישט קויפן קיין דירות פאר טייערער וואס דאס וועט צוריק הייבן די פרייזן,
און דער רבי האט ממשיך געווען ארויסברענגענדיג די שווערע מצב המלחמה בארה"ק און געזאגט אז מען דארף מתפלל זיין אויף אחב"י בארה"ק אז קיינער זאל נישט ניזק ווערן ח"ו, אבער מען דארף האלטן די קאפ אויפן פלאץ נישט אריינצופאלן מיט קיין קעלבערנע התפעלות פון די שפיצלעך און שטיקלעך פון די ציונים ווייל צו רעדן בדברי שבח פון די רשעים איז אן איסור גמור און עס דארף וויי טוהן אז עס ווערט נתרומם די קרן פון די רשעי הציונים און דאס דארף יעדע איד אשר בשם סאטמאר יכונה אננעמען פאר א דבר פשוט,
און די זעלבע איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק איז די תפקיד פון יעדע איד מתפלל צו זיין אז מען זאל מצליח זיין צו מבטל זיין די גזירה און מען זאל ווייטער קענען מחנך זיין די קינדער אויף דעם זעלבן אופן ווי ביז היינט וחפץ ה' בידינו יצליח,
און דער רבי האט מעורר געווען אז טראץ וואס מען שטייט יעצט אין א זמן פאר די וואלן אין אמעריקע מיינט עס נאכנישט אז מען דארף ליגן קאפ און מח אין דעם און מיטהאלטן יעדע נייעס בכל פרטיה, מ'טאר נישט לעבן אין דעם און ליגן ראשו ורובו אין די נייעס,
און דער רבי האט פארענדיגט זאגענדיג אז מען שטייט יעצט איידער יום הכיפורים און מעורר געווען אדורכצולערנען משניות מסכת יומא די סדר העבודה פון די כהן גדול ביום הכיפורים אז מען זאל פארשטיין וואס מען זאגט ביים דאווענען יום כיפור, וליתר שאת צו לערנען די רא"ש סוף מסכת יומא ווי ער שרייבט אראפ בקיצור די סדר העבודה צו האבן א השגה פון וואס מ'רעדט,
מען האט געלערנט די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו דאס מיינט אבער נישט אז מען טאר נישט הנאה האבן פון א מצוה, מען דארף זען צו לעבן מיט א מצוה און מקיים זיין מצוות מיט א אהבה און א שמחה, און נאכגעזאגט פונעם אך פרי תבואה זי"ע ווי ער טייטשט אויף 'על כל פשעים תכסה אהבה' אז מיטן טוהן מצות מיט אהבה איז הקב"ה מוחל די עבירות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט די דרשה אום 7:35, נאך עטליכע מינוט ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
~🌴~